Monday, June 4, 2012

Moyshe Shimel "On a wooden bench"


אויף אַ הילצערנער באַנק
דאָ, אויף דער הילצערנער באַנק,
וועלן מיר וואַרטן אויפן זון-פאַרגאַנג.
ווי מיט טויזנטער יאָרן צוריק מיר האָבן געוואַרט.
ער וועט קומען באַשטימט. ער האָט אונז קײנמאָל נאָך נישט אָפּגענאַרט.

מיר האָבן שוין אַדורכגעמאַכט אַזוי פיל מײלן...
איצט כוואַליעט זיך דער אָוונט איבער אונז מיט שטויבן גאָלד –
איצט קאָנען מיר זיך שטיל דערצײלן,
שטיל און שײן
וועגן דעם, וואָס מיר האָבן געוואָלט

און וועגן דעם, וואָס וועט נישט זײן.
גרויס איז די מי.

דערלאַנג מיר, טײערע, דײן האַנט אין אָוונט-גלי.

דערלײז, פאַרגיב מיר און פאַרשטײ – –
ווײל גײן מיט אױגן אָפענע טוט  ווײ...

No comments:

Post a Comment